„זאָג ניט קיינמאָל‟ – עונג־שבת

„זאָג ניט קיינמאָל‟ – עונג־שבת

„זאָג ניט קיינמאָל‟ – עונג־שבת

לכּבֿוד 75 יאָר זינט דעם וואַרשעווער געטאָ־אויפֿשטאַנד, הערט ווי פּאָל ראָבסאָן און מאָלי פּיקאָן שטעלן פֿאָר דעם „פּאַרטיזאַנער הימען‟ און דערוויסט זיך וועגן דער געשיכטע פֿונעם ליד פֿון עמעצן, וואָס האָט געקענט דעם מחבר.

Source: blogs.yiddish.forward.com/oyneg-shabes/208968?utm_source=Sailthru

 

Oyneg Shabes

„זאָג ניט קיינמאָל‟

Read more: http://blogs.yiddish.forward.com/oyneg-shabes/208968?utm_source=Sailthru&utm_medium=email&utm_campaign=New%20Campaign&utm_term=Oyneg%20Shabes#ixzz5CvR1L2Cx

צוליב דעם וואָס עס פֿאַלט באַלד אויס דער 75סטער יאָרטאָג פֿונעם וואַרשעווער געטאָ־אויפֿשטאַנד שטעלן מיר דאָ אַרויף פֿאַרשידענע נוסחאָות פֿון הירש גליקס „פּאַרטיזאַנער הימען.‟

ס׳איז דאָ פּשוט צו פֿיל צו דערציילן אין אַ קליין אַרטיקעלע וועגן דעם ליד און דעם גורל פֿון די, וועלכע האָבן עס לכתּחילה געזונגען אין ווילנער געטאָ. די גאַנצע געשיכטע פֿונעם ליד און פֿונעם מחבר הירש גליק (1922—1944) האָט מען אין ערגעץ ניט דערציילט אויף אַ געהעריקן אופֿן. עס וואַרט אויף דעם באמת אַ גאַנץ בוך, צי אַפֿילו, אַ האָליוווּד־פֿילם.

מע קען זיך אָבער יאָ צוהערן צו די גבֿית־עדות פֿון אַ געוועזענער פּאַרטיזאַנערין פֿון ווילנער געטאָ, וואָס האָט גוט געקענט הירש גליק און וואָס איז געווען איינע פֿון די ערשטע צו הערן זײַן ליד. רחל מאַרגאָליס (1921—2015) איז אויפֿגעוואַקסן אין ווילנע. בײַם אָנהייב פֿון דער דײַטשישער אָקופּאַציע איז איר געלונגען זיך צו באַהאַלטן בײַ אַ קריסטלעכער משפּחה אויף דער אַרישער זײַט. אין 1942 האָט זי אָבער באַשלאָסן, אַז זי קען ווײַטער ניט לעבן אָפּגעריסן פֿון איר משפּחה און די אַנדערע ווילנער ייִדן און איז פֿרײַוויליק צוריק אַרײַן אין געטאָ, וווּ זי האָט זיך אין גיכן אָנגעשלאָסן אין די רייען פֿון דער „פֿאַראייניקטער פּאַרטיזאַנער אָרגאַניזאַציע‟ צוזאַמען מיט אַבֿרהם סוצקעווער, אַבאַ קאָוונער, שמערקע קאַטשערגינסקי און די אַנדערע ווילנער פּאַרטיזאַנער. זי האָט איבערגעלעבט די מלחמה, קעמפֿנדיק אין די וועלדער אַרום ווילנע, און איז דאָרט געבליבן נאָכן קריג, וווּ זי האָט געקראָגן אַ דאָקטאָראַט אין ביאָלאָגיע און געלערנט אין אַן אָרטיקער מיטלשול. זי האָט אויך געהאָלפֿן מיטצוגרינדן דעם ווילנער חורבן־מוזיי און האָט אָפֿט באַזוכט איר היימשטאָט נאָך דעם, וואָס זי האָט עולה געווען קיין ישׂראל, כּדי צו לערנען ייִדיש־סטודענטן און די אָרטיקע ייִדן וועגן דעם אַמאָליקן ירושלים ד׳ליטא און וועגן אירע איבערלעבונגען ווי אַ פּאַרטיזאַנערין.

אָט דערציילט זי דעם פּראָפֿעסאָר דוד כּ׳׳ץ וועגן איר באַגעגעניש מיט הירש גליק נאָך דעם, וואָס ער האָט אָנגעשריבן דעם „פּאַרטיזאַנער הימען‟.

אינעם ערשטן נוסח פֿונעם ליד, וואָס מיר שטעלן אַרויף אויבן, זינגט אַניאַ לעדערהענדלער דעם „פּאַרטיזאַנער הימען‟ אויף אַ קבלת־פּנים, וואָס מע האָט געמאַכט לכּבֿוד אַבֿרהם סוצקעווער בײַ דער „ייִדישער פֿאָלקס־ביבליאָטעק פֿון מאָנטרעאָל‟ אין אַפּריל 1959. דעם פֿילם האָב איך געמאַכט ווי אַ טייל פֿון מײַן אַרבעט בײַם „ייִדישן ביכער־צענטער‟ אין אַמהערסט, מאַסאַטשוסעטס, וווּ איך האָב אָנגעפֿירט מיט דער דיגיטאַליזאַציע פֿון די רעקאָרדירונגען, וואָס מע האָט געמאַכט בײַ דער „ייִדישער פֿאָלקס־ביבליאָטעק.‟

אָט קען מען הערן, ווי דער גרויסער אַמעריקאַנער זינגער פּאָל ראָבסאָן זינגט דאָס ליד:

הערט אויך ווי די פּאָפּולערע ישׂראלדיקע זינגערין חוה אַלבערשטיין טרעט אויף:

כאָטש די אַקטריסע מאָלי פּיקאָן איז ניט געווען באַקאַנט פֿאַרן זינגען ערנסטע לידער, האָט זי רעקאָרדירט זייער אַ רירנדיקן נוסח פֿונעם ליד אין 1950 פֿאַר „באַנער־רעקאָרדס‟ צוזאַמען מיט אַן ענגלישן נוסח אין איר אייגענער איבערזעצונג. פּיקאָנס נוסח, וואָס איז כּמעט אין גאַנצן פֿאַרגעסן געוואָרן, איז כּדאַי צו הערן:

די צײַטן בײַטן זיך און מיט איר בײַט זיך אויך די מוזיק. דער „פּאַרטיזאַנער־הימען‟ בלײַבט אָבער נאָך אַלץ פּאָפּולער, ניט געקוקט אויף דעם, וואָס די אָריגינעלע מוזיק קען קלינגען דעם ייִנגערן דור אַלטמאָדיש. איין לייזונג דערצו איז צו „באַנײַען‟ די מוזיק דורכן שפּילן זי אין אַ מער מאָדערנעם סטיל. די ישׂראלדיקע „מעטאַל‟־קאַפּעליע „געוואָלט‟ האָט געשאַפֿן איר אייגענעם „ראָק‟־נוסח פֿונעם ליד. כאָטש ער איז זיכער ניט צו אַלעמענס געשמאַק, ווײַזט ער בולט אָן, אַז דאָס ליד ווערט ניט פֿאַרגעסן און וועט ווײַטער געזונגען ווערן אין נײַע סטילן און אינטערפּרעטאַציעס.

A punk version by Yidcore!

Warsaw Resources

Ruth Leiserowitz:

Valuable links for the Warsaw site.

# Data base for Jewish cemetries in Warsaw

https://cemetery.jewish.org.pl/list/c_1

 

# Numbers of house lots in Warsaw. Until the end of the 19th century, the number of the house lot was noted as the address on deeds. This number was not identical with the street number. The link leads to a number directory from 1852.

 

https://polona.pl/item/taryfa-domow-miasta-warszawy-i-pragi-z-planem-ogolnym-i-128-szczegolowych-planikow-ulic-i,NDk1ODc2MjI/4/#info:metadata

 

# This free genealogy search engine contains a lot of address books from the 19th and 20th century especially for Warsaw.

https://genealogyindexer.org/directories

 

Best for today

Ruth

 

Prof. Dr. Ruth Leiserowitz
Stellvertretende Direktorin

Deutsches Historisches Institut

Pałac Karnickich

Aleje Ujazdowskie 39​

00-540 Warschau

Polen

leiserowitz@dhi.waw.pl

www.dhi.waw.pl

 

Back